letra de eyn mol - the klezmatics
אײן מאָל, אײן מאָל, אײן מאָל, אײן מאָל
אײן מאָל טו איך זיך באַנײַען
אַ גאַנצע װאָך האָרעװעט מען דאָך
אױף שבת דאַרף מען לײַען
לײַען, לײַען, לײַען, לײַען
לײַען זאָל מען נישט באַדאַרפֿן
שבת אָן כרײן קאָן מען זיך באַגײן
אָבער נישט אָן בראָנפֿן
בראָנפֿן, בראָנפֿן, בראָנפֿן, בראָנפֿן
בראָנפֿן דאָס איז מײַן נחמה
און אַז איך נעם אַ כּוס נאָך אַ כּוס
דערקװיק איך מײַן נשמה
מײַן נשמה מיט מײַן נחמה
זײַנען דאָ אין גאַנצן
און אַז איך נעם אַ כּוס נאָך אַ כּוס
גײען די פֿיסעלעך טאַנצן
טאַנצן, טאַנצן, טאַנצן, טאַנצן
טאַנצן איז גאָר אַ הױכע מידה
און אַז איך נעם אַ כּוס נכך אַ כּוס
טאַנץ איך מיט אַ חסידה
מיט אַ חסידה, מיט אַ חסידה
איז דאָך אַגרױסע עבֿירה
אָבער אַז איך נעם אַ כּוס נאָך אַ כּוס
(האָב איך נישט קײן ברירה (מורא
צו טאַנצן, צו זינגען, צו זינגען, צו שפּרינגען
דערצו טו איך טױגן
און אַז איך מאַך אַ שנאַפּס נאָך אַ שנאַפּס
באַקום איך קלאָרע אױגן
אױגן, אױגן, אױגן, אױגן
אױגן האָב איך קלאָרע
און אַז איך מאַך אַ שנאַפּס נאָך אַ שנאַפּס
“איז: “שׁהכּול נהיה בּדבורו
letras aleatórias
- astroid boys › letra de fallback - astroid boys
- poker dasos › letra de freestyle i - poker d'asos
- slim jesus › letra de turnt up - slim jesus
- kid froopy › letra de bb (four missed texts) - kid froopy
- mario william vitale › letra de let it fly - mario william vitale
- mallz › letra de body bad - mallz
- priest › letra de lost lions - priest
- burn everything › letra de vengeance and the night sky - burn everything
- tauren wells › letra de supernatural - tauren wells
- darin steele › letra de no contest - darin steele