letra de ergets shtil / baym taykh - the klezmatics
ערגעץ שטיל װײנט דער װינד
אַזױ קיל אַזױ לינד
כ’דאַרף אַצינד קײן שום ציל
אַך איך װיל זײַן אַ קינד
עמעץ בעט, עמעץ גלעט װי מיט זײַד
און מײַן בלוט פֿליסט באַרוט װי די צײַט
אױף יענער זײַט טײַך איז די זון שױן פֿאַרגאַנגען
אױף יענער זײַט טײַך איז אַ מײדל געגאַנגען
מיט בענקשאַפֿט אין האַרצן און טרערן אין בליק
צו זוכן איר מײדלשן גליק
און בלימעלעך בלױיִקע זיבן מאָל זיבן
האָט זי בײַם דעם טײַך פֿון לבֿנה געקליבן
און האָט מיטן שטראָם זײ געלאָזן אין טײַך
שװימט גלײַך, מײַנע בלימעלעך גלײַך
שװימט גלײַך װײַט אַהין װוּ די װאַסערלעך רינען
מסתּמא מײַן גליק װעט איר דאָרטן געפֿינען
און אַז איר װעט דאָרטן געפֿינען מײַן גליק
שװימט בלימעלעך, גיכער צוריק
די נאַכט האָט דעם טײַך מיט אַ נעפּל פֿאַרצױגן
בײַם טײַך איז דאָס מײדל געשטאַנען געבױגן
און האָט אין די װאַסערלעך לאַנג, לאַנג געקוקט
און שװער מיט די אַקסלען געצוקט
די װאַסערלעך זײַנען גערינען, גערינען
די בלימעלעך האָבן דאָרט גאָרנישט געפֿינען
קײן בלימעלע איז ניט געקומען צוריק
װײן, מײדל, דו האָסט ניט קײן גליק
letras aleatórias
- merk kremont › letra de now or never - merk & kremont
- kaydy cain › letra de real respeto - kaydy cain
- nikki mcknight › letra de murder suicide - nikki mcknight
- flatturn › letra de barbie - flatturn
- rv › letra de kenny allstar freestyle - rv
- leonardo arcangeli › letra de dreams - leonardo arcangeli
- fay › letra de this way - fay
- shrekdimc tzukush שרק וצוקוש › letra de tihiye bari - תהיה בריא - shrekdimc & tzukush - שרק וצוקוש
- adam tell x adustio › letra de goodbye, for now - adam tell x adustio
- zimbra › letra de breve - zimbra