letras.top
a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x y z 0 1 2 3 4 5 6 7 8 9 #

letra de dona dona - דאנא דאנא - hava alberstein - חוה אלברשטיין

Loading...

אױפֿן פֿורל ליגט דאָס קעלבל
ליגט געבונדן מיט אַ שטריק
הױך אין הימל פֿליט דאָס שװעלבל
פֿרייט זיך, דרייט זיך הין און צוריק

כאָר:
לאַכט דער ווינט אין קאָרן
לאַכט און לאַכט און לאַכט
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
מיט אַ האַלבע נאַכט
דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ, …

שרייַט דאָס קעלבל, זאָגט דער פּױער:
װער זשע הײסט דיר זײַן אַ קאַלב?
װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ פֿױגל
װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ שװאַלב

כאָר:
לאַכט דער ווינט אין קאָרן
לאַכט און לאַכט און לאַכט
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
מיט אַ האַלבע נאַכט
דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ, …

בלינדע קעלבער טוט מען בינדן
און מען שלעפּט זײ און מען שעכט
װער ס’האָט פֿליגל, פֿליט אַרױפֿצו
איז בײַ קײנעם ניט קיין קנעכט
כאָר:
לאַכט דער ווינט אין קאָרן
לאַכט און לאַכט און לאַכט
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
מיט אַ האַלבע נאַכט
דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ, …

letras aleatórias

MAIS ACESSADOS

Loading...