letra de a matzah in oiven - michoel schnitzler
ערב פסח שטייט מען שוין, נאך חצות
מיט’ן רבי’ן גייט מען שוין, באקן מצות
אנגעטון מיט’ן ווייסן שירצעלע
מען בעט ס’זאל זיין, באוויליגט נרצה’לע
אויף אזא מחזה הוד אין אין להקשות
שוין אנגעגרייט די ברעטער
דער שיסל שוין ביים קנעטער
מ’קנעט שוין איין די מיירע
אין הימל איז מען מתפלל
מען ווארט שוין אויפ’ן הלל
אויף די טרערן די טייערע
מ’הייבט אָ ן זאגן דעם הלל לעילא ולעילא
צווישן זיי איז אויך אונזער ר’ ישעי’לע
וואס הערט נישט אויף וויינען,
און זאגט דעם הלל מיט התרגשות
גאר אַן אלטער איד
ר’ ישעי’ ביים אויוון שטייט ער
מיט’ן לעצטן כח’ל אזוי מיד
לשם מצות מצוה שרייט ער
ר’ ישעי’ ליבער
איר זענט דאך נישט דער איינציגסטער שיבער
אפשר לאזט איר צו אַן אנדערן אין די רייע
ס’איז געווען אַן אנלויפעניש
מ’האט מיט אים גע’טענה’ט
איך גיי בשום אין אופן נישט
אוועק פון דאנעט
אז איר וועט הערן דעם סיפור,
וועל איך אייך פארשטיין גיבן
פארוואס איך וויל דוקא יא שיבן
הערט א מעשה אשר חָזָה ישעי’
אוי ביים הארץ רייסט
מיליאנען נעבעך פארגאזט
אין אוישוויצער גיהנום
אינעם ביטערן זמן יענעם
דעם בורא פארשטיין ווער קען אים
דאס קען אפילו נישט, דער גרעסטער מלאך אויבן
געווען בין איך קוים ניינצן
דערשראקן אינגאנצן
ווי עס פלאקערן און שפרינגען
די פייער צינגען
האבן זיי מיר ארויפגעצווינגען
אריינלייגן די הייליגע גופים אין קאלעך אויוון
אויף מיין שאוועלע
מיין חבר דוב’לע
מיט’ן שאוול אין די הענט
צום פייער וואס ברענט
וויפיל פנימ’ער האב איך ליידער דערקענט
מיינע חברים, מיר וועלן זיך זען מיט משיח
ארויסגענומען פון א וועגעלע גאר שמאל
נאך א כהן, נאך א לוי, א ישראל
צום פייער זיי געיאגט
דאס געוויסן האט געפלאגט
איך האב די גאנצע נאכט געוויינט און געקלאגט
און געזאגט
טאטע פארוואס פונקט איך
א אידעלע אין אויוון אריין
אוי נקום נקמת דם
נאך א אידעלע אין אויוון אריין
א מאמע מיט איר קינד צוזאם
וויי און ווינד, צו אזעלכע אויגן
וואס האבן געזען וואס איך האב געזען
צי וועט די וועלט, נאך זיין באוואויגן
און גלייבן דאס איז אמאל געשען
אוי, מי יודע
א אידעלע אין אויוון אריין
אוי נקום נקמת דם
נאך א אידעלע אין אויוון אריין
אוועק מיט’ן פלאם
וויי און ביטער, אזא שאנד
צו אזעלכע הענט וואס האבן דאס געקענט טון
וויאזוי האסטו נישט מורא געהאט, מיין האנט
וואס וועסטו ענטפערן ביים יום הדין
אוי, שרייט זיך דארט ר’ ישעי’
כהן לוי, כהן לוי ישראל
אוי געוואלד, אוי געוואלד, טאטע זיי מיר מוחל
אוי געוואלד, אוי געוואלד,
יודעלעך זייט מיר מוחל
מיין הארץ טוט מיר פאר ענק אלע וויי
איך וואלט זיך געטוישט מיט ענק, הלוואי
איך וויל כאטש מיט ענק מיטגיין,
די הויכע עולמות
כהן לוי, כהן לוי ישראל
אוי געוואלד, אוי געוואלד, טאטע זיי מיר מוחל
אוי געוואלד, אוי געוואלד
יודעלעך זייט מיר מוחל
דם עבדיך השפוך
מיט די זכרונות גיי איך און שלאף איך
איך וועל קיינמאל פארגעסן פון ענק,
הייליגע נשמות
יעצט פארשטייט איר שוין אליין
פארוואס ביים אויוון וויל איך דווקא שטיין
יעדער האט זיין תיקון
ביז’ן טאג דעם היינטיגן
טראכט איך וואס קען זיין מיין תיקון
איך קוק ארויף צום קל טוב וסלח אויבן
ווען איך שטיי נאכאמאל ביים הייסן אויוון
באקן מצות פאר די הייליגע ימים טובים
איר האט אלע געזען אין מיר
וויפיל טרערן איז געווען אין מיר
ווייל איך זע נישט מצות נאר פנימ’ער
זאלן די טרערן מכפר זיין, אויפ’ן קאלעך אויוון
א מצה אין אויוון אריין, לשם מצות מצוה
נאך א מצה אין אויוון אריין, לשם מצות מצוה
מתרצה ברחמים, אוי מתרצה
ומתפייס בתחנונים
זאל זיין א כפרה פאר מיר יעדע מצה
כ’האב געמוזט אויספירן אזעלכע דינים
אוי, מיט טרערן איך קלאג
א מצה אין אויוון אריין, לשם מצות מצוה
נאך א מצה אין אויוון אריין, לשם מצות מצוה
הייליגער טאטע, פאר מיר פארציי
ווען איך שטיי, ביים אויוון די הייסע
און איך בעט מיך איבער מיט זיי
ונקיתי דמם לא נקיתי
אוי, מיט א קרעכץ איך זאג
מיין כהן, מיין לוי, מיין כהן, לוי, מיין ישראל
אוי געוואלד אוי געוואלד טאטע זיי מיר מוחל
אוי געוואלד אוי געוואלד
יודעלעך זייט מיר מוחל
כהן פאר די אלע כהנים
וואס זענען געווארן שרפים ואופנים
זאלן זיין לזכותם די אלע הייליגע כזיתים
נאכאמאל, כהן, לוי, כהן לוי ישראל
אוי געוואלד אוי געוואלד, טאטע זיי מיר מוחל
געוואלד געוואלד געוואלד
יודעלעך זייטס מיר מוחל
לוי, אנשטאט די אלע לוויים
זאל מקויים ווערן די רייד פון די נביאים
און זיך טרעפן מיט די קדושים ביי תחיית המתים
כהן לוי, כהן לוי ישראל
אוי געוואלד אוי געוואלד טאטע זיי מיר מוחל
אוי געוואלד אוי געוואלד
יודעלעך זייט מיר מוחל
והשב כהנים לעבודתם
קרבנות נעמען נאר פון עיזים און כבשים
שוין גענוג אידישע קרבנות עד אין קצבה
ונאכל שם מן הזבחים
ומן הפסחים
דארט וועלן מיר אלע שרייען לשם מצות מצוה
כהן לוי ישראל
letras aleatórias
- letra de never forgive - crazyjustice
- letra de papuri sa diyos (hontiveros) - bukas palad music ministry
- letra de friends - matchbox twenty
- letra de confidente - hadrian & emjay
- letra de piscinas - vil (prt)
- letra de je m’appelle (remix) - @babybeezy
- letra de choosin me - tunji ige
- letra de free immoral - dehvion
- letra de everything is possible - angry agency
- letra de the place where we belong (zedd remix) - elyaz