letras.top
a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x y z 0 1 2 3 4 5 6 7 8 9 #

letra de kesheniver - shulem lemmer

Loading...

שפילט זשע מיר כלי-זמרים׳לעך
ס׳קעשיניווער שטיקעלע
אבער מיטן קנאק

הונגעריג און שלעפעריג
און דארשטעריג און באָרפיס
אין קעשענע נישטא קיין פּיאַטאַק

צו מיר געהערט די גאנצע וועלט
צו מיר די גאנצע וועלט געהערט
דאס איז דאך שוין פעסטגעשטעלט א פאַקט
און טאמער וועט מען מיר ניט גלייבן
טאמער וועט מען פרעגן ווער
קען איך אים באווייזן א קאנטראקט

צרות און גריזאָטע עגמת-נפש און יסורים
אָט דאס זעהט איר האב איך אויפן פּאַק
האב איך גארנישט דארף איך גארנישט
וועל איך גארנישט נישט פארלירן
וועט מען מיר נישט רופן קיין טשודאַק

שפּילט זשע מיר כלי-זמרים׳לעך
דאס הארץ זאל אַזש צוגיין אין מיר
ביי די קרובים בין איך פשוט ברק
נישט געשמייכלט נישט גע’חנפ’עט
אַלץ געזען נאר נישט גע’גנב’עט
ביים מחותן בין איך א באָסיאַק

די רייכע האבן צו פיל עסן
איז ביי זיי דער מאגן שווער
ליגן זיי אויף דאטשעס אַנגעפּאַקט
און נישט איך עס, און נישט איך טרינק
איז ביי מיר דער מאגן לער
קען איך לייכטער צוטאנצן צום טאַק

שפּילט זשע מיר כלי-זמרים’לעך
נשמה זי זאל צאפן זיך
צרות האב איך אָט אזא מין זאַק
הונגעריג און שלעפעריג און דארשטעריג און באָרפיס
אין קעשענע נישטא קיין פּיאַטאַק

שפילט זשע מיר כלי-זמרים׳לעך
ס׳קעשעניווער שטיקעלע
אבער מיטן קנאַק

letras aleatórias

MAIS ACESSADOS

Loading...